0 גולשים מחוברים
צוות אתר דוסינט מתאבל על מות ההרוגים באירועי מלחמת "חרבות ברזל", מאחל החלמה מהירה לפצועים ושולח חיבוק חם לכלל אזרחי ישראל
קטגוריה אלבומים להורדה
- גולשים יקרים: לאור הביקוש הרב נפתחה קבוצה וואצאפ לתמיכה באתר בכל בעיה או לינק שבור ניתן לפנות אלינו על ידי לחיצה על הקישור הבא -

ל"ג בעומר - אין קרית יואל - עמרם אקער -2CD - Amram Aker - Lag Baomer in Kiryas Yoel להורדה ולצפיה ישירה

ל
סיקור זה נוסף ע"י Sweet-Star
עודכן בתאריך 30-04-2020
שנת יציאה 2019
גודל קובץ 250 MB
מס' הורדות 285
מספר סיקור 41974
רמת כשרות כשרות תוכן
לא דורג עדיין
דירוג הורדה
עס קומט אן די פרייליכע נייעס איבער א זעלטן רייכע פראיעקט וואס האלט אט אט ביי די לעצטע שטאפלען.
׳ל״ג בעומר אין קרית יואל׳ איז היינט א ווארט וואס איז גענצליך איבעריג מסביר צו זיין פון וואס מ׳רעדט, ווערענדיג אין די לעצטערע יאהרן פארוואנדעלט און א כמו ״מירון באמריקא״ וואס ברענגט צוזאם יעדעס יאהר א מספר פון אלפי אלפים יודן, אנשים נשים וטף, וואס קומען מיטהאלטן די אויסטערליש רייכע, ווארימע, דערהויבענע, מעמד וואס ווערט אפגעראכטן בחוצות העיר. אנגעפאנגען מיט די ניגוני התעוררת פון אנפאנג, און ווערט נאכגעפאלגט מיט די געהויבענע הדלקה ורקודי קודש בחוצות העיר לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי.
די נייעס פון דאס יאהר איז:
נאך די געהויבענע מעמד ההדלקה ל״ג בעומר פאריאהר שנת תשע״ח העעל״ט, האבן מיר זיך אראפגעזעצט איבערארבעטן די רעקארדינג. און נאך לאנגע לאנגע ארבעט האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס ליגט אונז אין די הענט א ׳גאר רייכע זעלטענע אוצר׳ וואס איז גוט פאר סיי וועם אין סיי ווען.
א גאר רייכע פילע קווייער פון אריבער א מנין זינגערס, עטליכע יונגלעך מיט זייער גאר שיינע שטימעס, די לעבעדיגע רייכע מוזיק דורך ר׳ יודל אקער, אין באגלייטונג פון עטליכע גאר שיינע אינסטרומענטן - און בעיקר די גאר הארציגע פידל וואס צונעמט די נשמה, מייסטערהאפטיג אנגעפירט און פארגעזינגען דורך ר׳ עמרם אקער - ראש המשוררים בחצרות סאטמאר.
אראפגעלייגט אין א זעלטען רייכע הערליכע מיקס דורך ׳נועם סטודיאו׳ וואס נעמט איבער די גאנצע מענטש, אזש איר וועט מוזן מיטזינגען און מיטטאנצען….
גלייבטס מיר איר וועט דאס נישט קענען אויסלעשן… פון ווען ס׳הייבט זיך אן אזוי רייך און שיין... ״אויהוי אך לאלקים דומי נפשי״…. דערנאך ווערט איר אריבער געפירט צו… ״אבינו מלכינו אבינו אתה״…. און אזוי ווייטער די גאנצע ליסטע מיט געקליבענע גאר ווארימע ניגונים וואס ווארעמט אן ביז די טיפענישן פון די נשמה, אריינגעווארפן עטליכע סאלאס פונעם גאר הארציגען פידעלע. און ווער רעדט ווען מקומט אן צום ׳קה אכסוף ניגון׳ אוי ווי שיין… אוי ווי דערהויבן… נאגעפאלגט מיט די הארציגע קינדערישע קלאנגען… ״אוי ריבונו של עולם האב שוין רחמנות אויף דיינע קינדעלעך״… 
ווי נאר איר הערט דעם שטאטען ״לכבוד התנא האלקי״…. טרעפט איר זיך שטיין צנויפגעדריקט מיט טויזענטער אידן אין טיפן שפאנונג, זיך גרייטענדיג אט אט אויפן ׳הדלקת המאורות׳…. 
און דאן….
עס לויפט אדורך א עלעקטעריזעטי דעם גאנצען גוף פון אינטן ביז ארויף מיטן אויסברעך ״לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי״…….. איר וועט זיך טרעפן שפרינען פון בענקל….
דערנאך קומט די גאנצע זמירות אראפגעזינגען אין א מורא׳דיגע פייער און ברען. און דאן קומט די לאנגע ריקודים פון א לאנגע רייע מיט גאר פאסיגע פריילכע ניגונים, אזוי שיין, ווארעם, און לעבעדיג. וכו׳ וכו׳…..
אויב וועט איר פרעגן ס׳איז נאך נישט ערב ל״ג בעומר? וואס איז יעצט?
איז די תירוץ צוויי פאכיג.
ערשטענס ערב ל״ג בעומר וועט איר דאס נישט קענען הערן… צוליב ספירה…
און בעיקר ווילן מיר אייך מעלדן: עס איז בכלל נישט קיין ׳ל״ג בעומר סידי׳…. עס איז א סידי וואס איר וועט ניצן אין יעדע צייט פון יאהר! סיי די ווארימע ניגונים, און סיי די ריקודים.




.

תגובות ההורדה

רק מנויים רשאים להגיב, כדי להגיב ולהינות משלל שירותי האתר הפעל את חשבונך.
..


סיקורים דומים

פארייד הופעת לג בעומר האחרון בלעדי

פארייד הופעת לג בעומר האחרון בלעדי **חדנדש ובלעדי**    ההופעה החסידית הגדולה ביותר בהיסטוריה!!!   יותר מרבבת אנשים, נשים וטף השתתפו ב'פאראד'...

נוסף 14 שנים ע"י tzuriel
לג בעומר במירון

לג בעומר במירון סרט על הנעשה במירון ביום הילולת התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי. מנחה: הרב ישראל גליס. בלעדי בלעדי בלעדי לאתר הדתי דוסינט ...

נוסף 14 שנים ע"י ניצנית
תולדות אהרן במירון לג בעומר שנת תשסח

תולדות אהרן במירון לג בעומר שנת תשסח קבלו דיסק שמע.. ל"ג בעומר במירון תולדות אהרן שנת תשס"ח ביצוע: קלידים - מאיר אדלר. שירה - אהרלה סמט. משהו יפה מאד מומלץ בחו...

נוסף 14 שנים ע"י seshe
כל הזכויות שמורות לדוסינט © 2009-2023